"נהפך לאבל מחולינו" האט זיך ארויס געשריגן פון די הערצער פון כלל ישראל, ווען מען האט געהערט פארגאנגענעם ערב שבת קודש צו שושן פורים אז דער גאון וצדיק וואס האט געשאקעלט וועלטן מיט זיינס א ווארט, איז פלוצלים נסתלק געווארן לחיי העולם הבא, צום ווייטאג פון אלע שיכטן פון כלל ישראל.
 
שבת קודש, ווען עס איז אויסגעקומען פארן ראש ישיבה שליט"א צו רעדן ביי סיפורי מעשיות, און ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט די גרויסע התמדה בתורה פונעם גרויסן גאון, ווי ער האט יעדעס יאר מסיים געווען ערב פסח ביי תענית בכורים נישט איין מסכת נאר כל התורה כולה. יעדע רגע איז געווען ביי אים אויסגענוצט און אויסגערעכענט, ער האט געהאט שיעורים צו ענדיגן יעדעס יאר, גאנץ ש"ס בבלי, ש"ס ירושלמי, אלע ברייתות, אלע מדרשים, זוהר הק', די ספרי הפוסקים, ווי דער רמב"ם, ארבעה טורים, שולחן ערוך, און נאך, וואס ער האט אנגעהויבן ערב פסח, און געענדיגט מיט צוועלף חדשים שפעטער, און אין אן עיבור יאר, ווי היי יאר תשפ"ב, האט ער עס געענדיגט אום פורים, און פלעגט אויסנוצן דעם איבעריגן חודש אדר, דורכצוגיין און מחבר זיין א ספר איבער אן ענין, און יעצט אום שושן פורים, א טאג נאכן מסיים זיין כל התורה כולה צענדליגע מאל, האט ער צוריק געגעבן זיין נשמה צום אייבערשטן, און עס קומט ארויף א לעבעדיגע ספר תורה, אן אנגעפילטער ארון הקודש מיט צדעליגע מאל כל התורה כולה.
 
אבער דא קומט דער סמ"ך מ"ם צו גיין, און וויל אונז צוברעכן און מאכן טראכטן כאילו דער אייבישטער האט געגעבן זיין זיסע און לעכטיגע תורה נאר פאר די געציילט צדיקים און גאונים. ניין האט דער ראש ישיבה געזאגט, דער גרויסער גאון רבי חיים זי"ע איז נישט געווארן א גאון דורך א גוטע קאפ, אדרבה, ער האט אלע זיינע יארן פון אלס קינד נאך, "געזאגט" ש"ס, געזאגט אלע הייליגע ספרים, און ווי דער גאון האט עדות געזאגט, האט ער צו שוין פאר זיין בר מצוה אנגעהויבן דורכצוזאגן ש"ס. און ווי אלע וואס האבן געזען דעם גאון קענען עדות זאגן, אז אזוי האט ער זיך געפירט כל ימיו, ווי מען האט געזען ווי ער זאגט דורך ש"ס. און, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין שיחות הר"ן סימן ע"ו, "אין צריכים בלימוד רק האמירה בלבד, וממילא יבין", אזוי איז טאקע געשען ביים דעם גרויסן גאון, ווי די הייליגע תורה האט געעפענט זיין קאפ, און עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט, און מיט זיין גרויס התמדה, האט ער זוכה געווען, אז ער האט געקענט כל התורה כולה, יעדע אזוי גערופענע "פארשטופטע" מאמר חז"ל, איז געווען ביי אים כמונח בקופסא.
 
דער גרויסער גאון האט טאקע מעודד געווען אנדער אז זיי זאלן אויך אזוי טון, און אז מען זאל אויסלערנען פאר די קינדער אז מען זאל "זאגן" ש"ס און זיך מאכן א ציל צו ענדיגן ש"ס אויף די בר מצוה. דער ראש ישיבה האט געזאגט, יעצט איז די צייט זיך מחזק צו זיין אין התמדת התורה, אנצופילן דעם גרויסן חלל וואס דער גאון האט געלאזט אויף דער וועלט, "הייב אן זאגן ש"ס" האט דער ראש ישיבה געזאגט, "אפשר וועסטו זוכה זיין צו ווערן דער קומענדיגער רבי חיים!".
 
כי הם חיינו ואורך ימינו